Telegram Web
This media is not supported in your browser
VIEW IN TELEGRAM
Check Out This New Single Kuroiv
By:
Yoely Yust

In Honor His Brother
הב' משה אריה בן הרב שמואל בנימין יוסט

Arranged By WYTE Studios

https://youtu.be/fx9hEAmeufo
🎧 יש בך הכל
🎙 #הארמוניקא
💿 סינגל


אות נאך אות דערצייל מיר נאר די מעשה דיין
איי עס הערט זיך אזוי שיין
אויך דיין שוואכקייטן אין עפעזאדן פיל מיט פיין
האבן דיר געהאלפן שטיין אליין

נישט מורא האבן צו פאלן
נישט מורא האבן צו שטייגן

נאט נאך נאט דיין ניגון זינג נאר אפ פאר מיר
איי עס הערט זיך אזוי שיין
צו טאנצן כאילו די וועלט זינגט מען נאר פאר דיר
זעי ווי די הארץ עס האלט זיך פיין

האב נאר נישט מורא צו פאלן
האב נאר נישט מורא צו שטייגן

ווי לאנג דיין חלום גייט נאך אן מיין פריינט
ביסטו א געווינער
סאיז נישטא קיין מארגן צו לעבן היינט
האלט נאר אן פאר היינט

ווי לאנג דיין חלום גייט נאך אן מיין פריינט
ביסטו א געווינער
קום נאר אן ווי ווייט די קענסט נאך היינט
די האסט אלץ ביי דיר אין האנט

נעם א בערשטל מאל מיר אפ דיין מאלעריי
איי עס זעיט אויס אזוי שיין
לאז נישט קיין שום זאך דיר יעצט אפהאלטן גיי
גיי גיי ווי ווייט די קענסט נאר גיין

האב נאר נישט מורא צו פאלן
האב נאר נישט מורא צו שטייגן

ווי לאנג דיין חלום גייט נאך אן מיין פריינט
ביסטו א געווינער
סאיז נישטא קיין מארגן צו לעבן היינט
האלט נאר אן פאר היינט

ווי לאנג דיין חלום גייט נאך אן מיין פריינט
ביסטו א געווינער
קום נאר אן ווי ווייט די קענסט נאך היינט
די האסט אלץ ביי דיר אין האנט

ווי לאנג דיין חלום גייט נאך אן מיין פריינט
ביסטו א געווינער
ווי סאיז נישטא קיין מארגן צו לעבן היינט
האלט נאר אן פאר היינט

ווי לאנג דיין חלום גייט נאך אן מיין פריינט
ביסטו א געווינער
קום נאר אן ווי ווייט די קענסט נאך היינט
די האסט אלץ ביי דיר אין האנט


🎧 ניגון 🎧

Credit: @Yiddish_Music_Lyrics
🎧 אביי ורבא
🎙 #ליפא_שמעלצער
💿 בבליפא
ליפא שמעלצער

אדם אומר דבר שמועה מפיו
שפתותיו דובבות בקבר
א מענטש דא אין א קורצע צייט
דערגרייכט א באגריף
וואס אייביג בלייבט מעל ומעבר.

א מענטש אויף דער וועלט לערנט
מאכט א גרויסע טויש
דער ניגון קען א הארץ אין מארס' נאך ציפן
טויזנט יאר ארום א דור פון יואל צו "מויש"
דיין אייניקל מיט דיין ליפן.

פון רב ושמואל ביז ריבניץ אדער כפר חב"ד
פון דער הייליגער וואלאזשינער צו חסידישע
יונגעלייט
גייט נאך אן די זעלבע דף מיט געשמאק
וואס געלערנט אין קראלי צפת איראק.

אזוי האב איך געהערט פון דער גבאי פון
דער הייליגער ריבניצער אז רבי חיים זאנוויל
פלעגט זינגען.

תורה תורה תורה תורה
תורה הקדושה
תורה תורה תורה תורה
תורה הקדושה.

אביי ורבא
אביי ורבא אביי ורבא קדישא
אביי ורבא
אביי ורבא אביי ורבא קדישא.

אביי ורבא
אביי ורבא אביי ורבא קדישא
אביי ורבא
אביי ורבא אביי ורבא קדישא.

מיר וואוינען דא נישט לאנג
דאך עס שפירט נישט וואר
ווייל ישיבות און שולן
שטייט אויף יעדע געסל
און איראק געוואוינט דער איד
צוויי טויזנט זעקס הונדערט יאר
ישיבות לענגער ווי דא און אין יוראפ.

דער אכט הונדערט יאר גמרא וואס מ'האט דארט אין ישיבה שטודירט
אויך די זאמד ארום האט שוין פארגעסן
מחלוקת אמוראים וואס מ'האט דארט געפירט
בלייבט און וועט אריינגיין אין קאפ.

ווייל די ווענט און הייזער
וואס מ'האט פארברענט
קען נישט לעשן די ווערטער
פון יארן טרערן און בלוט
לערנט א איד א נייע קוועטש א דריי די הענט
קומט דער זיידע די ליפן שעפשעט מיט.

תורה תורה תורה תורה
תורה הקדושה
תורה תורה תורה תורה
תורה הקדושה.

אביי ורבא
אביי ורבא אביי ורבא קדישא
אביי ורבא
אביי ורבא אביי ורבא קדישא.

תורה תורה תורה תורה
תורה הקדושה
תורה תורה תורה תורה
תורה הקדושה.

תורה תורה תורה תורה
תורה הקדושה
תורה תורה תורה תורה
תורה הקדושה.

תורה תורה תורה תורה
תורה הקדושה
תורה תורה תורה תורה
תורה הקדושה.

רבי חיים זאנוויל האב אינזין מיך מיין טאטע
מיין גאנצע משפחה
אין גאנץ כלל ישראל
יא טאקע יא טאטע יא.
אמן.

"הייליגער ריבניצער רבי, האב מיך אונזין!"

🎧 ניגון 🎧

Credit: @Yiddish_Music_Lyrics
🎧 קרוב
🎙 #יואלי_יוסט
💿 סינגל


צדיק השם בכל דרכיו,
וחסיד בכל מעשיו.
קרוב השם לכל קראיו,
לכל אשר יקראהו באמת

צדיק השם בכל דרכיו,
וחסיד בכל מעשיו.
קרוב השם לכל קראיו,
לכל אשר יקראהו באמת

צו דיר איך רעד אויף יעדע טריט
אלע מיינע פראגעס מיינע דאגעס אלעס ברענג איך צו דיין טיר
יעדע גאנג אין לעבן קומסטו אלץ מיט
אין יעדע מאל צו דיר איך רוף
פון הארצן טוף
ביסטו נאר נענטער צו מיר

כי בי חשק ואפלטהו, אשגבהו כי־ידע שׁמי


צדיק השם בכל דרכיו,
וחסיד בכל מעשיו.
קרוב השם לכל קראיו,
לכל אשר יקראהו באמת

צו דיר איך רעד אויף יעדע טריט
אלע מיינע פראגעס מיינע דאגעס אלעס ברענג איך צו דיין טיר
יעדע גאנג אין לעבן קומסטו אלץ מיט
אין יעדע מאל צו דיר איך רוף
פון הארצן טוף
ביסטו נאר נענטער צו מיר

כי בי חשק ואפלטהו, אשגבהו כי־ידע שׁמי


יעדע מאל איך רוף איך שפיר די ענטפערס מיר
אין איך זעי איין אז די ביסט אלץ געווען נאנט צו מיר

כי בי חשק ואפלטהו, אשגבהו כי־ידע שׁמי


🎧 ניגון 🎧

Credit: @Yiddish_Music_Lyrics
🎧 געקניפט
🎙 #ליפא_שמעלצער
💿 רצועות
ליפא שמעלצער

איך בינד און בינד און בינד ארום מיין הענט
איך לייג "של ראש" אויף מיין קעפעלע

פיר אינטערשפילן קומען דורך די ווענט
יעדע צופרי איך שטייג נאך א טרעפעלע

איך דריי א שין און נאך א שין גלייך
די רצועה׳לע אויף מיין פינגערל

א שטילע שעפשע לעכערט אויף דעם דאך
עס ברענגט אונז נענטער
ס׳שטילט מיין הונגערל


דער תפילין ברענגט אונז ביידע ליבשאפט
ווייל עס ברענגט פיל נענטער דער איד מיט דער שכינה

עס שטארקט מיין זעל און געבט מיר וואס איך דארף
ווען איך הייב אן מיין טאג מיט א ווארעמע תחינה


געקניפט און געבינדען
עס ווערט נישט פארשווינדען
דער קשר מיט דיר, שכינה

געקניפט און געבינדען
עס ווערט נישט פארשווינדען
דער קשר מיט דיר, שכינה

געקניפט און געבינדען
עס ווערט נישט פארשווינדען
דער קשר מיט דיר, שכינה

געקניפט און געבינדען
עס ווערט נישט פארשווינדען
דער קשר מיט דיר, שכינה



לאמיר רעדן אפן
ס׳איז דא ביי ווער
לייגן תפילין אינדערפרי קומט זיי אן שווער

עס איז צום האפן אז דייקא ער
וועט וויסן וואס עס טוט אויף וועט ער לייגן מער

נישטא נאך א באהעפער
וואס קען דיר באהעפטן
צו ברענגען ליבשאפט צווישן דיר און גאט

זיך בינדען צום באשעפער מיט נייע קרעפטן
די הייליגע תפילין, דאס איז אונזער סוד


געקניפט און געבינדען
עס ווערט נישט פארשווינדען
דער קשר מיט דיר, שכינה

געקניפט און געבינדען
עס ווערט נישט פארשווינדען
דער קשר צו דיר, שכינה

געקניפט און געבינדען
עס ווערט נישט פארשווינדען
דער קשר צו דיר, שכינה


עס ווערט נישט פארשווינדען
געקניפט און געבינדען
ס’וואשט מיינע זינדן

איך וויל אויך לייגן תפילין

🎧 ניגון 🎧

Credit: @Yiddish_Music_Lyrics
🎧 מיין נישט
🎙 #מענדי_טווערסקי
💿 סינגל


משה רבינו דארט ביי יתרו שאף ער פאשעט
זיין אחריות אן אים גארנישט ווערטנישט
א שעפעלע אנטלויפט פרובירט ער אלעס אויך ער סטראשעט
ער שרייט און וויינט אבער אים ער הערט נישט
ער לויפט אים נאך דער שלעכטער ווער ווייסט וואס גייט דער יעצט טוהן
זיכער צו אנטלויפן דארט
פלאנירטער
קומט ער דארטן אן פארשטייט ער וואס ער לויפט אהין
שטייט ער דארט פארטראכט און א שאקירטער

ער מיינט בכלל נישט קיין שלעכטס
ווייל דארט אביסל צו רעכטס
טרעפט זיך דארט א קליינטשיגע ברינעם
גלייך ווערן אין כעס ער
ווען ער דארשט נאך אביסעלע וואסער
דער גאנצע רעגעניש איז נאר בחינם
אנטלאפן פון סטאדע
געמיינט האט ער אוודאי
צו אנטלויפן זיכער דעס פארשטייטער
דער האלדז זיך נאר אפקילט זיך
אזוי שלעכט משה פילט זיך
און מיט א שטילען קול שטייט צו אים צוגייטער

אונז לעבן דא מיט מענטשן אלע מינים אלע סארט
סאיז אונזער נאטור זיי נאכצוקוקן
אמאל די זעהסט א זאך וואס דו פארשטייסט נישט אויפן ארט
ס'הערט נישט אויף צו שטעכן און צו דריקן

וואס הייסט ער טוט אזאנס וואס קען זיין די סיבה דערין
ווי ווייט קען איין מענטשן אזוי אפפארן
אבער ווי די לייגסט דיך אריין און דער נושא טיף דערין
האלט דער עפיזאד אין דיין זיכרון

פונקט ווי דער צדיק הדור
געמיינט האט ער נאר
אז ער וויל אנטלויפן ער'ז מציע
סהאט זיך אבער ארויסגעוויזן
אז נישט אייביג שלעכט זיין מיזן
אל תדין חברך עד שתגיע

דיין חבר אפ'פסק'ן נישט
ווייל א מיספארשטענדעניש
קען דאך זיין דער מענטש איז גאר א פיינער
פון ווי נעמסטו די רעכטן
צו פסקן גוט צו שלעכטן
נעם דיך דאס גוט און די ביינער


🎧 ניגון 🎧

Credit: @Yiddish_Music_Lyrics
🎧 בת מצוה
🎙 #מאטי_אילאוויטש
📀 סינגל
מאטי אילאוויטש

ביים שוועל פון קינדער-יארן יעצט דו שטייסט
מקבל זיין דעם עול המצוות גייסט.
מיט גליקליכקייט דו שרייסט
איך ווייס נישט אויב דו ווייסט
די תוכן דערפון, דעם אינהאלט.

א טרערל פון די אויגן מיינע רינט
וואו אהין יאגסטו זיך, מיין קינד.
דיר פרעגן איך מוז
ווי נעמסטו רשות
מיך, דיין טאטן, מאכן אזוי אלט.

קוים ביסטו געקומען אויף די וועלט
און יעצט שוין גרויסע טריטן ווערט געשטעלט.
דיך אויפגעציעט
יארן פליעט
יעצט שוין מצוות מ'היט
דו ווערסט א חלק פונעם פאלק, איד.

די נאכט פון די בר מצוה דארף א פלאן
וואס צו קויפן און וואו די סעודה זאל זיין.
אבער איך טראכט
אז דעי נאכט
וועל איך גארנישט טון
כאטש יעדע טאטע טוט עס פאר זיין זוהן.

איך קויף דיר נישט קיין רעקל
איך בּאשטעל אויך נישט קיין זאל.
איך לערן מיט דיר נישט די פשט'ל
די סיבה דערצו איז ווייל.
דו בּיסט מיין טאכטער
א אידיש טאכטער
גרעסער פון דעם דו ביסט ביז גאר.

דו דרייסט נישט קיין רצועות
אויף דיין קאפ און אויף דיין האנט
דיינע מידות און דיין צניעות
איז דיין שענסטע קרוין וואס שיינט.
דו האסט א כח
הייליג און הויעך
וועגן דעם באקומסטו דאס ביפאר
דעם עול המצוות ביי די 12 יאר!

איך האף, מיין קינד, אז דו דערהערסט עס קלאר
ביסט הייליג און ריין
ציכטיג און שיין
נעכטן, מארגן, פונקט ווי היינט.

ס'איז נישט די הוט וואס אויפן קאפ מען טראגט
עס איז די קאפ אליין וואס אלעס זאגט.
בלייב ווער דו ביסט
ווייל וואס נאר דו טוסט
איז הארץ מיט נשמה וואס שיינט.

מיין קינד דו ביסט סאך חשובער ווי מיר
איך בין אריין לעול התורה שפעטער ווי דיר.
און איך שפיר
ווי איך שטאלציר
מיט ווער מיין טאכטער איז
איר פנימיות, איר נפש, איר מהות.

איך קויף דיר נישט קיין רעקל
איך בּאשטעל אויך נישט קיין זאל.
איך לערן מיט דיר נישט די פשט'ל
די סיבה דערצו איז ווייל.
דו בּיסט מיין טאכטער
דעם באשעפערס טאכטער
גרעסער פון דעם דו ביסט ביז גאר.

דו דרייסט נישט קיין רצועות
אויף דיין קאפ און אויף דיין האנט
דו ביסט א שטיק חיות
דו דארפסט נישט ווערן דערמאנט
ווי גרויס ס' איז דיין כח
הייליג און הויעך
וועגן דעם באקומסטו דאס ביפאר
דעם עול המצוות ביי די 12 יאר!


🎧 ניגון 🎧

Credit: @Yiddish_music_lyrics
🎧 לךלך
🎙 #מענדל_ראטה
💿 סינגל
✍️ מענדל ראטה

געקומען ווי א שטורעם א שווערע
פינצטערע נעכט אין אין שווערע טעג
ארויס פין טאטי'ס שטיב
ער זאגט ער האט דיך נישט ליב
אין דיין הארץ עס בעט אין בעט איך וויל אהיים

שפעט ביינאכט צעשאסן צומאזיגט
מיטן רבינס תורות די ביסט זיך מחזיק
ווי שלאף איך היינט ווייס איך נישט
מיין קאפ אזוי צעמישט
אין א קול פין הימל רעדט צו דיך מיט חן

לךלך מיין קינד מיין שלומה'לע
די פלאנצט יעצט אויף דיין אייגען בוימ'עלע
זאלסט וויסן מיין קינד
די שיינסט יעצט אויף אצינד
דיין לעכטעל וועט נאך שיינען די גאנצע וועלט

לךלך מיין קינד מיין לעכטיגקייט
דיין גרויסע גט האנט ביי האנט מיט דיך ער גייט
מיט ליבשאפט אן א שיעור
טראכט ער פין דיר
דאס וועג צו דיין הצלחה פאר דיר יעצט ער שטעלט

לךלך מבית אביך על הארץ
ווי די גייסט גייסטו צו מיין לאנד
אפילו ווען די כאפסט נאך א זעץ אין נאך א זעץ
ווי די פאלסט פאלסטו אין מיין האנט

לךלך מבית אביך על הארץ
ווי די גייסט גייסטו צו מיין לאנד
והישוב לב אבות אל בנים
קומען וועט א טאג
אין די וועסט נאך ווערן אויפגעשיינט

והישוב לב אבות אל בנים
קומען וועט א טאג
אין די וועסט נאך ווערן אויפגעשיינט



טייער טאטע לאמיך צו דיך שמיסן
איך ווייס אז פיל טרערן די טוסט גיסן
א דארעכגאנג אזוי שווער
א טרער נאך א טרער
אבער איין זאך טוסטו נישט וויסן

א קינד טאר מען נישט ווארפן פין דערהיים
אפילו ווען עס שאקלט זיך זיין ביין
ער זיכט זיין אייגען וועג
אמאל דארט עס לאנגע טעג
א ברכה מיט ליבשאפט ווינטש איהם די אליין

לךלך מיין קינד מיין שלומה'לע
די פלאנצסט יעצט אויף דיין אייגען בוימ'עלע
זאלסט וויסן מיין קינד
די שיינסט יעצט אויף אצינד
דיין לעכטעל וועט נאך שיינען די גאנצע וועלט

לךלך מיין קינד מיין לעכטיגקייט
דיין גרויסע גאט האנט ביי האנט מיט דיך ער גייט
מיט ליבשאפט אן א שיעור
טראכט ער פין דיר
דאס וועג צו דיין הצלחה פאר דיך יעצט ער שטעלט

לךלך על בית אביך על הארץ
שלומי קום צוריק צו אינזער היים
אפילו ביסט אביסל אנדערש דאך דאך ביסטו געשעצט
אין ביי אינזער הארץ ביסטו באקאנט

לךלך על בית אביך על הארץ
דיין טאטי מאמי ווארטן אויף דיר היינט
והישוב לב אבות אל בנים
עס קומען שוין די טעג אין די וועסט שוין ווערן אויפגעשיינט

והישוב לב אבות אל בנים
עס קומען שוין די טעג אין די וועסט שוין ווערן אויפגעשיינט

🎧 ניגון 🎧

Credit: @Yiddish_music_lyrics
🎧 שועלים
🎙 #ליפא_שמעלצער
💿 בבליפא
✍️ ליפא שמעלצער

בני עליה רבי יהושע און רבן גמליאל אויך
רבי אלעזר גייט צופים אהיים פון שול
אין דער שפאצירל א פאסירל
הערן זיי דארט פיל געשרייען
הונדערט צוואנציג מייל אין לענג.

שרעקן קראכן
הערן לאכן
פאר דעם תנא וויינען זיי קייכן
פרעגט עקיבא וואס וויינען ענק?

רבי רבי
גיב א קוק אויף די גוים
וואס דינען פאלשע געטער
משתחוים לעצבים
ומקטרים לכוכבים
דאך דער בורא אלעס גוטס זיי געט ער
זאלן מיר נישט וויינען?

פארקערט...
דערפאר גיב איך א לאך
א קל וחומר איך מאך
אז יענע מענטשן קריגן שכר
וואס גייט איר באקומען דערפאר
וואס גייען אונז באקומען דערפאר.

רשעים קריגן גוטס
און עס שטעכט ווי א דארן
פארשטיי איך שוין פארוואס איר וויינט
דאך שפיר איך אז כמעט איז שוין מקויים געווארן
אייער שכר, מיין שמייכעלע מיינט.

מיט רבי עקיבא תלמידי ישיבה זיי גייען אהיים
א שמועס אויף די וועגן
ביז א באגעגן ביי דעם בארג
א פוקסל א פוקסל
א שאקל דעם אקסל
דער גרויסער תנא
איז זיך מהנה
שמייכלט שיין פון באק צו באק.

רבי דיין שמייכל
וואס איז דער שכל?
קוק אן דער ריח'ל
גייט נאך פון היכל
אונזער מקדש חרוב צוהאקט.

אוי מיינע שעפעלעך
מיינע תלמידים
מיר האבן אזא נבואות
מיר האפן און מיר גלייבן
אז אט וועט זיך שוין אנהייבן
אלץ כשנים קדמוניות.

נו וואס זאגט דער נביאות?
אז פאר דער גאולה אויסלייז
וועט זיך געבן א ווייז
ס'וועלן זיך דרייען דא פוקס נאך פוקס
נו זע דא פיל שועלים עס וואקסט
ס'מיינט אט די רענצלעך פאקטס.

דער חורבן הבית שטעכט ווי א דארן
כ'פארשטיי תלמידים אז איר וויינט
דאך די ערשטע האלב נבואה איז שוין מקוים געווארן
דאס האט מיין שמייכעלע געמיינט.

שועלים הלכו בו
די חיות לויפן אזוי
און די שענסטע לענדער ליגט ביים גוי
יעצט ווארט מען אויף די אידישע 'דזשוי'
רבי עקיבא כה לחי.

רבי עקיבא ניחמתנו
מיר גלייבן רבי אז דו וויינסט
בקרוב וועט מען זאגן דעם שהחיינו
עקיבא דו האסט אונז געטרייסט.

נו אז מ'זעט שוין די פוקסלעך
פאקטס איין אייער באקסלעך
שועלים הלכו בו
שועלים הלכו בו
די ערשטע האלב נבואה קלאפט שוין גענוי
באלד קומט די האלב פון משיח'שע זשוי.

עקיבא ניחמתנו
עקיבא ניחמתנו
עקיבא ניחמתנו
עקיבא ניחמתנו.

🎧 ניגון 🎧

Credit: @Yiddish_Music_Lyrics
🎧 אלף פעמים רבונו של עולם
🎙 #נחמן_פוקס
💿 סינגל


איך מענטשעלע
נישט אלע מאל גייט מיר גוט
איך גלייב אז אויך ביי דיר
שווערקייטן דו מאכסט מיט
אין פעלד איך גיי אריין
צום טאטן א בענק א שראיי
זינגען מיין געפיל צו אים
מיין וויטאג און מיין קלעם

אבער אזוי ווי איך שטיי
מיין הארץ עס פילט ווי א שטיין
יארן לאנג וואס אויף א טרער איך ווארט
פייער אן מיין הארץ וואס איז אזוי קאלט

און פון טיף אין מיין הארץ עס קומט ארויף א קול
רבונו של עולם שרייט מען טויזנט מאל
ווען אין דיין וועלט איך זוך און איך זוך דיין אמת'ן אור
וועל איך שרייען צו דיר טויזנט מאל

רבונו של עולם
רבונו של עולם
רבונו של עולם
רבונו של עולם

רבונו של עולם
רבונו רבונו של עולם
רבונו של עולם
רבונו של עולם...

🎧 ניגון 🎧

Credit: @Yiddish_music_lyrics
🎧 בעסער
🎙 #הארמוניקא
💿 סינגל

איך בין געקומען צו פארעכטן,

און מיין הארץ פאר דיר אויסשמועסן,

כאטש די ווערטער דערצו האב איך נישט דאס מאל.

דאס ביטערן טעם פון נעכטן,

שוין פון לאנג ערזעצט דעם זיסן.

וויאזוי הייבט מען אן פון פריש נאכאמאל?



אינערליכע געפעכטן,

נאך הונדערט און איין התחלות.

נאך דעם שטראל און גלאנץ פון זון אונטערגאנג בלייבט שווארץ.

אבער צו פאררעכטן,

דארף מען נישט קיין גרויס קבלות,

נאר זיך אנכאפן אין דעם 'היינט', זאגט מיין הארץ.



(פזמון)

טאטע, אוי אוי טאטע,

איך וויל זיין בעסער פון נעכטן.

טאטע, אוי אוי טאטע,

איך וויל זיין בעסער פון נעכטן.

אוי אוי בעסער פון נעכטן.

אוי אוי, איך וויל שוין פאררעכטן.

אוי אוי בעסער פון נעכטן.

אוי אוי, איך וועל פאררעכטן.



איך טראכט נישט פונעם נעכטן,

און איך קלער נישט פונעם מארגן.

בלויז מיט וואס קען איך זיין בעסער היינט איך טראכט.

מיט אן התחלה – דאס מאל אן עכטן.

קליינע טריט זענען היינט מיינע זארגן.

נאכן שוואכן שטראל פון זון אויפגאנג, עס לייכט.



(פזמון)

טאטע, אוי אוי טאטע,

איך וויל זיין בעסער פון נעכטן.

טאטע, אוי אוי טאטע,

איך וויל זיין באמת בעסער פון נעכטן.

אוי אוי בעסער פון נעכטן.

אוי אוי, איך וויל שוין פאררעכטן.

אוי אוי בעסער פון נעכטן.

אוי אוי.



ס'גייט זיין גוט.

מ'גייט זיין גוט.



(פזמון)

🎧 ניגון 🎧

Credit: @Yiddish_music_lyrics
🎧 מוח שליט על הלב
🎙 #שלומה_הילשטאק
💿 סינגל

נישט גוט צו זיין אליין און זיכער נישט אזוי
ווען די פחד קומט די שרייסט צום הימל אוי
וויפיל קען מען נאך צרות נאר פארמאגן
איך שפיר איך קען נישט מער מיט שלעפן די וואגן


ס'שווער צו אויף שטיין אינדערפרי און זאגן שכוח
עס שווער צו אויף הייבן די אויגן קוקן הויעך
מלאכים שרייען און די הימל גייט א רויעך
מוח שליט על הלב...


מוח שליט על הלב
מוח שליט על הלב
מוח שליט על הלב
מוח שליט על הלב...


יעדער האט אין זיך א גרויסע יצר הרע
ער פראבירט אונז טוען פארגעסן פון דעם בורא
די חכמה בלייבן שטארק און קיין מאל האבן מורא
ווייל מיר אידן גייען אייביג מיט די תורה


אויף שטיין יעדער אינדערפרי און זאגן שכוח
אויף הייבן די אויגן קוקן הויעך
מלאכים שרייען און די הימל גייט א רויעך
מוח שליט על הלב...


מוח שליט על הלב
מוח שליט על הלב
מוח שליט על הלב
מוח שליט על הלב...

מדארף וויסן אז אלעס איז אין די מח
אויב די קאפ ארבעט א מענטש פארשטייט צו וואס ער איז געקומען אויף דעי וועלט
ער לעבט מיט אמונה דאס קען מאכן אנדערש זיין לעבן

🎧 ניגון 🎧

Credit: @Yiddish_music_lyrics
🎧 באגדאד
🎙 #ליפא_שמעלצער
💿 בבליפא
ליפא שמעלצער

רב חנא בגדתאה,
רב חנא פון באגדאד
רב חנא פון באגדאד.
רב חנא בגדתאה,
א סברה האט געהאט,
א סברה האט געהאט.
מטר, משקה, מרווה, ומזבל.
מטר, משקה, מרווה, ומזבל.
מטר, משקה, מרווה, ומזבל.
ומעדן וממשיך ומעדן וממשיך.
רב חנא בגדתאה,
רב חנא פון באגדאד
רב חנא פון באגדאד.
רב חנא בגדתאה,
האט א סברה געהאט,
א סברה האט געהאט.
תמרי, משחנן, משחנן, משבען.
תמרי, משחנן, משחנן, משבען.
תמרי, משחנן, משחנן, משבען.
משלשלן מאשרן ולא מפנקן.

תמרי, משחנן, משחנן, משבען,
תמרי, משחנן, משחנן, משבען,
תמרי משחנן, משחנן, משבען.
משלשלן מאשרן ולא מפנקן.
רעגן ברענגט וואסער,
מאכט ערד פרוכטבאר.
גלאנצט די גרינצייג.
מטר.. משקה.. וכו'.
טייטלען טייטלען,
זאגט רב חנא פון באגדאד
ס'גוט ס'זיס,
די מאגן וואלט עס נישט געשאדט,
אפילו געווענליך ווען מ'עסט צוקער,
איז עס ניכר,
מ'הייבט אן מיט איינס,
מ'וואקסט גאנצע שטיקער.
אבער ווען מ'עסט טייטלען,
איז עס נישט ווי טשיז
און קעיק און ליקער
ניין, דאס רעקל ווערט נישט דיקער.

פון עסן טייטלען ווערט מען נישט...
שיק עס נישט אוועק פון דא
טייטל מיר אהער די טייטלען.
טייטלען איז גאר אנדערש,
טייטלען מאכט ענק זאט,
טייטלען איז גאר אנדערש,
נאך וויפיל כ'האב געהאט,
טייטלען איז גאר אנדערש,
מיר קיינמאל נישט געשאדט.
זאגט רב חנא... רב חנא... פון באגדאד,
רש"י זאגט ס'איז נישט באגדאד
נאר ער האט געזאגט אגדה,
האט ער געהייסן ער קומט פון באגדאד
אבער ס'איז דא א פשט אז ער איז
יא פון באגדאד.
אלנפאלס,
וואס זאגט רב חנא.
תמרי משחנן...

מטר... משקה...
רב חנא בגדתאה האט א סברה געהאט,
געלערנט אין באגדאד,
רש"י הקדוש ברענגט אז ס'מוז
נישט זיין פון באגדאד,
נאר אגדה,
די גראדע,
דערציילט די גאנצע צייט.
בים באם...
איך האב מיר מחיה געװען
לערנענדיג דעם בלאט,
ווען איך זע דא ווי רב חנא זאגט
אז טייטלען מאכט אונז זאט,
איך האף ס'איז אזוי זיס,
וואלט עס קיינמאל נישט געשאדט.
און מטר מרבה מזבל,
שיינע פרוכט קומט פון דעם רעגן מבול,
אבער אפשר פון דעם ניגון זענט
איר אויך שוין זאט.

🎧ניגון🎧

Credit: @Yiddish_Music_Lyrics
🎧 די לבנה'ס דין תורה
🎙 #אברמי_דערמער
💿 סינגל

א איד גאר א צומישטע,
מיט א העכסט מאדנע געשיכטע,
צום בית דין קומט אריין און פארציילט.

די לבנה צו דין תורה,
איך ריף אים ווייל לכאורה,
ער לאזט נישט מנוחה איבעראל מיך ער באגלייט.

איך האלט עס מער נישט אויס,
איך וויל לעבן מער פריוואט,
ווי שטעל איך אים ארויס,
אין דער זייט.

צו זיין פאר מיר אליין,
וויאזוי מאך איך דאס זיין,
אז פון זיין שאטן זאל איך שטיין ווייט.


די דיין זאגט צום איד, איך שפיר מיט דיר מיט,
די לבנה איז אויך מיד, און וויל שוין אויך זיין גוט.
הער די טענות וואס ער האט,
פארוואס די מאכסט אים צו שפאט.
אלעמאל אויף אים די קוקסט,
אויפהערן דאס די מוזט.

ווען טון וועסטו דיין זייט, וועט די לבנה אויך שטיין ווייט,
פאר דיר ער האט קוים צייט, און פון דיר ביטער אויך ער ליידט.

לאז אים מיט זיין שיין, די גרויסע וואס פארהאן, הער אויף די בליקן דיין, וואס מאכט אים אויך אין פיין.

פזמון
טוה נאר גוט פארשטיין די הבנה,
פונקט ווי אזוי אויף דיר קוקט נישט די לבנה.
די טוסט נאר טאקע אזוי מיינען,
ווען אויף אים די קוקסט מיט די בליקן דיינעם.

הער אויף קוקן אויף יענעם,
מאך זיך נישט אליינס א גיהנום,
פאר זיך אליין אין האנט טוה זיך נעמען,
טוה עס שנעל ווייל די צייט טוט אויסברענען.

מיין פריינט טראכט טיף אריין,
וויאזוי עכט ווילסטו זיין,
צו לעבן הערליך מיט דיין אייגן שיין.
ס'איז א שיינע זאך,
מיט חברים צו זיין גלייך,
אבער פארשטיין אויך גוט דארף מען צו די פאך.

מען לעב דא נאר איין מאל, טוה עס ריין און cool,
דיין מעלות אן א צאל, לאז עס נישט ווערן שמאל.
אנשטאט זיך שטארק צו פלאגן,
הער אויף יענעם'ס דאגות טראגן,
לעב פאר זיך כראוי וכהגון.

איך בין דאך אזוי וואויל, השם שמע בקול,
איך גלייב ביי דיר איך פועל, שיק שוין פאר מיר די גואל.
צו לעבן נאר פאר מיר, וויל איך אן א שיעור.
ווייז מיר די וועג, שנעל ארויס פון מיין געיעג.

פזמון
איך טוה גוט פארשטיין די הבנה,
פונקט ווי אזוי אויף מיר קוקט נישט די לבנה.
איך טוה טאקע נאר אזוי מיינען,
ווען אויף אים איך קוק מיט די בליקן מיינעם.

איך הער אויף צו קוקן אויף יענעם,
און מאכן זיך אליינס א גיהנום,
איך טוה שנעל אין האנט זיך נעמען,
איך לאז נישט מיין נשמה אויסברענען.

🎧 ניגון 🎧

Credit: @Yiddish_music_lyrics
🎧 אליהו הנביא
🎙 #מיכאל_שניצלער
📀 שבתון
פינקי וועבער

צום הייליגן בעל שם טוב קומט ר' דבי
ראה מצבי
עס גלוסט בלבבי
רבי איך וויל אויך זעהן אליהו הנביא

זאגט אים דער בעל שם איך וועל דיך עצה'ן
האלץ צום הייצן
נעם אויף דיינע פלייצן
פול אן א וואגן בשר ודגים
צום עק שטעטל טראג אים

עס וואוינט דארט די אלמנה פון ר' שלמה'ן
מיט זיבן יתומים
צובראכן דארט דער קוימען
מאכן ליכטיג אין שטוב דיין אויפגאבע איז
בלייב שוין דארט אויף שבת

די הונגעריגע קינדער מאך זיי זאטע
אין שול ווי א טאטע
טראג זיי ביומא דשבתא
וועסטו זוכה זיין איך בין אחראי
וועסטו זען אליהו

דער וואגן פארט אין שניי א קאלטן ווינטער
'אליהו הנביא' זינגט זיך דוב'עלע שוין אונטער
ער זעט אים שוין אין זיין פאנטאזעלע
ווען ער קלאפט אן אויף דעם נעבעכדיגן הייזעלע

די אלמנה עפנט, אן א ווארט פרעגן איר
הייבט ער אן אויספאקן אלע גוטע וועגענער
'ווער זענט איר?' פרעגט זי אן ביי אים
'וואס א חילוק?' אבי אין שטוב איז ליכטיג און ווארעם

די קינדער טראגט אין שול, און אויף זיי וואכט ער
אבער יעדנ'ס פנים אין שול באטראכט ער
אפשר איז יענער אליהו קוקט ער א פארקלאצטער
אזוי געטאן ביז מוצאי האט ער

מוצאי שבת שוין באלד דורך צוויי טאג
'כ'האב גארנישט געזען' קרעכצט ער מיט ווייטאג
ביי מלוה מלכה צום הימל ווינקט ער
און מיט טרערן זינגט ער

אֵלִיָּהוּ הַנָּבִיא
אֵלִיָּהוּ הַתִּשְׁבִּי
אֵלִיָּהוּ הַגִּלְעָדִי
בִּמְהֵרָה יָבוֹא אֵלֵינוּ
עִם מָשִׁיחַ בֶּן דָּוִד.

דובי פארט צוריק מיט בטחון על השם
כאטש כוחות מתחלשים
צוריק צום בעל שם
רבי רבי, כ'האב אלעס פונקטליך געטאן
נישט געזען אליהו'ן - ניין

דער בעל שם טוב זאגט טו צוריק אן דיין שטריימל
פאר צוריק נאך איינמאל
צו דעם צעבראכן היימל
איך זאג דיר צו יעצט וועסטו זען אליהו
אבער ויסעו‘

ער פארט צוריק מיט'ן רבי'נס הבטחה
אינדרויסן גיסט, א ווינט, א זאווערוכע
דארט איז דאס הייזקעלע, יא דו דערקענסט איר
די קינדערלעך שטייען שוין דארט ביים פענסטער

זיי שרייען מאמע, מאמעניו
דו וועסט נישט גלייבן ווער ס'נאכאמאל געקומען דא
אליהו הנביא פון פאריגע וואך איז צוריקגעקומען
אין שטוב טאנצן האט מען זיך גענומען

גאנץ שבת נאכגעקוקט דעם גאסט דעם מאדנעם
זיי ווייסן שוין דעם גרויסן סוד אין אים
מיט כבוד גאנץ שבת געטון באערן
אנטלאפן מוצאי שבת מיט זיינע צוויי פערדן

ביים בעל שם טוב שטייט ער שוין דארט בקרן זוית
'יעצט ווייסטו שוין דובי ווער אליהו הנביא איז
יעצט ווייסטו אז דו דארפסט נישט קיין אמצעי
ווייל דו אליין ביסט געווען אליהו
דוב'עלע צי האסטו דאס געוואוסט
מיט יעדן חסד פאר יענעם וואס דו טוסט
דאס שמייכל א צעבראכן הארץ דו גריסט
אליהו הנביא דו ביסט

אין זכות פון דיינע וועגענער די פולע
און דיינע מעשים טובים די שטילע
וועסטו ברענגען אליהו צו טון זיין פעולה
מבשר זיין די גאולה

אֵלִיָּהוּ הַנָּבִיא
אֵלִיָּהוּ הַתִּשְׁבִּי
אֵלִיָּהוּ הַגִּלְעָדִי
בִּמְהֵרָה יָבוֹא אֵלֵינוּ
עִם מָשִׁיחַ בֶּן דָּוִד.

🎧 ניגון 🎧

Credit: @Yiddish_music_lyrics
🎧 יום השישי
🎙 #מיכאל_שניצלער
📀 שבתון
פינקי וועבער

דער טאטע מיט'ן בעכערל דארט שטייט ער
קידוש מאכן שוין גייט ער
ארום דעם טיש לייבעלע שרה'לע גענענדעלע
אבער איין קינד ליידער פעלט - וואו איז מענדעלע
שוין אזויפיל לאנגע יארן
מיט שלעכטע חברים פארפארן
נעבעך אזא צרה רבה איז
ווער ווייסט וואו ער איז - צי האלט ער נאך בכלל שבת
פרייטאג צו נאכטס דער טאטע א פארצווייפעלטער
אלע בעכערלעך מיט וויין, אן זיי פולט ער
אויך מענדעלע'ס בעכער מיט טרערן טייכן
אפשר וועט ער דאך אהיים קומען קידוש מאכן
ער קוקט פון פענסטער
צי א געשטאלט קומט צווישן די הייזעלעך
אבער אויפ'ן זייגער רוקן זיך די צוויי ווייזערלעך
מענדעלע איז נאך אלס נישט דא דער זייגער קלאפט חצות
בלית ברירה הייבט ער אויף זיין בעכער,
און אויך מענדעלע'ס כוס
און זאגט מענדעלע, אוי מענדעלע,
מיין טייער קינד, מענדעלע
פארוואס קומסטו נישט צוריק
צו דיין ווארימע, לעכטיגע שטוב
געדענק טאטע מאמע האבן דיך דאך אזוי שטארק ליב
אוי מענדעלע, אוי מענדעלע,
מיר בענקען אזוי שטארק נאך דיר, מענדעלע
דיינע געשוויסטער האבן אזוי שיין אויפגערוימט
דיין פריוואטן צימער
אבער ביזדערווייל זאג מיט מיר מיט
וואו דו ביסט נאר אימער
זאג יום השישי ויכולו השמים
מיר האבן אלע איין טאטן א געטרייען
מ'קען פון אים נישט אנטלויפן,
דיין פרואוו מענדעלע איז אומזיסט
דער טאטע ווייסט אייביג אויך יעצט וואו דו ביסט
ער רעדט צו דיין נשמה יתירה
ער שרייט צו דיר: מענדעלע טייערע
גוט שבת גוט שבת גוט שבת
פארדעם זאג מיט
יוֹם הַשִּׁשִּׁי וַיְכֻלּוּ הַשָּׁמַיִם, וְהָאָרֶץ וְכָל צְבָאָם, וַיְכַל אֱלֹקִים בַּיּוֹם הַשְּׁבִיעִי, מְלַאכְתּוֹ אֲשֶׁר עָשָׂה, וַיְבָרֶךְ אֱלֹקִים אֶת יוֹם הַשְּׁבִיעִי, וַיְקַדֵּשׁ אֹתוֹ...
יעצט ענטפער צוריק מענדעלע:
גוט שבת גוט שבת גוט שבת
יארן זענען פארלאפן
די ביטערע מחלה האט מענדעלע'ן געטראפן
צום טאטן רעדט מיט א קול א פאר'צער'טן
זיי מיר מוחל כ'האב דיר מצער געווען,
ספעציעל ביי קידוש געלאזט דיר ווארטן
ווער ווייסט צי כ'וועל דעם שבת איבערלעבן דעם קרענק
גיס נאך איינמאל אן מיין כוס איך וויל קידוש זאגן מיט ענק
צום שבת טיש מיינע חברים רוף זיי אלע
איך וויל מיטזאגן קידוש פון דא,
אדער שוין פון בית דין של מעלה
ליל ששי ביי חצות הלך לעולמו
מענדעלע גיבט צוריק זיין טייערע נשמה
פרייטאג צונאכטס מיט טרערן אלע חברים
מיט אנגעגאסענע בעכערלעך דארט שטייען זיי ארום
דער טאטע הייבט אויף מענדעלעס כוס מיט פחד ואימה
ער שלאפט איין ויפל ה' אלקים תרדימה
ער חלומ'ט, נשמה טהורה אתה עתיד ליטלה
ער זעהט א געשטאלט געקליידעט מיט א ווייסע קיטעלע
געט ער א געשריי: אוי געוואלד מענדעלע, מיין מענדעלע
דאס איז מיין הייליגע נשמה'לע מיין מענדעלע
מיט'ן זיידן ר' מענדל נאך וועם ער הייסט,
אין גן עדן צוזאמען ער שפאנט
דער זיידע גיסט אן דעם בעכער,
און לייגט עס אריין אין מענדעלע'ס האנט
טאטע, מיין טאטע
דא רעדט צו דיר דיין מענדעלע
זאג מיינע חברים כ'בין גרייט אויף קידוש, ה' אורי וישעי
זאלן זיי מיטזאגן מיט מיר דעם יום השישי
קינדערלעך טייערע מיר זענען זיך צוזאמען געקומען דא,
לעילוי נשמת טייערן מענדעלע, די מלאכים מיט די הייליגע נשמות ווארטן שוין אויף ענקער קידוש, דער הייליגער באשעפער, די שכינה הקדושה, ווארט שוין אזוי לאנג אויף ענקער קידוש
יעצט לאמיר אלע צוזאמען מיט אונזער מענדעלע
די פמליא של מעלה גלוסט שוין צו הערן
צו ענקער הייליגן קידוש
לאמיר אויפהייבן דעם כוס צוזאמען מיט מענדעלע,
לאמיר מאכן קידוש
זאגטס אלע יום השישי ויכולו השמים
מיר האבן אלע איין טאטן א געטרייען
ער קוקט אראפ צו אונז יעצט דא
קינדערלעך ווי הייליג זענט עטס דא
ענקער קידוש ווי גרויס אין הימל איך שעץ דא
ער רעדט צו ענקער נשמה יתירה
און שרייט קינדעלעך טייערע
גוט שבת, גוט שבת, איי א גוט שבת
פאר דעם זאגטס מיט קינדערלעך
יוֹם הַשִּׁשִּׁי וַיְכֻלּוּ הַשָּׁמַיִם, וְהָאָרֶץ וְכָל צְבָאָם, וַיְכַל אֱלֹקִים בַּיּוֹם הַשְּׁבִיעִי, מְלַאכְתּוֹ אֲשֶׁר עָשָׂה, וַיְבָרֶךְ אֱלֹקִים אֶת יוֹם הַשְּׁבִיעִי, וַיְקַדֵּשׁ אֹתוֹ...
לאמיר ענטפערן קינדערלעך,
גוט שבת, גוט שבת, איי איי גוט שבת
אוי אידעלעך, אוי אידעלעך
טייערע ברודערלעך
אט זענען מיר זוכה ליום שכולו שבת ומנוחה
ווי שיין וועט זיין והיתה לה' המלוכה
אוי אידעלעך, אוי אידעלעך
מיינע לעכטיגע ברודערלעך
כוס ישועות אשא וועלן מיר זעהן עין בעין
ווען די גאנצע בריאה וועט פון זיך אליינס שרייען
יוֹם הַשִּׁשִּׁי וַיְכֻלּוּ הַשָּׁמַיִם, וְהָאָרֶץ וְכָל צְבָאָם, וַיְכַל אֱלֹקִים בַּיּוֹם הַשְּׁבִיעִי, מְלַאכְתּוֹ אֲשֶׁר עָשָׂה, וַיְבָרֶךְ אֱלֹקִים אֶת יוֹם הַשְּׁבִיעִי, וַיְקַדֵּשׁ אֹתוֹ...
די גאנצע וועלט וועט שרייען,
גוט שבת, גוט שבת, אוי גוט שבת
ליום שכולו שבת, גוט שבת

🎧ניגון🎧
Credit: @Yiddish_music_lyrics
🎧 קום קום
🎙 #מיכאל_שניצלער
📀 שבתון
הערשי וויינבערגער

איך ווארט א גאנצע וואך, אפשר דאך
קום קום קום
קוּם קְרָא אֵלָיו, יָחִישׁ לְאַמְּצָךְ

איך ווארט אויף דיר, דו ווארטסט אויף מיר
עפן דיין טיר, דא זענען מיר
איך ווארט אויף דיר, דו ווארטסט אויף מיר
עפן דיין טיר, ווייל דא זענען מיר

קום קום קום, קום צו מיר געשווינד
איך ווארט אויף דיר אצינד,
דו ביסט מיין אייגן קינד

קום קום קום, קום צו מיר געשווינד
איך ווארט אויף דיר אצינד
איך וויל דיר געבן נאך
ברכות אן א סוף

קום קום קום, קום צו מיר געשווינד
איך ווארט אויף דיר אצינד
דו ביסט מיין איינציג קינד

קום קום קום, קום צו מיר געשווינד
איך ווארט אויף דיר אצינד
איך וויל דיר געבן נאך
אויף די גאנצע וואך

קום קום קום
קוּם קְרָא אֵלָיו, יָחִישׁ לְאַמְּצָךְ

🎧ניגון🎧

Credit: @Yiddish_music_lyrics
🎧 ותפקוד
🎙 #מיכאל_שניצלער
📀 שבתון
אלי וועבער

וְתִפְקֹד אוֹתִי
וְאֶת כָּל בְּנֵי בֵּיתִי
וְכָל עַמְּךָ בֵית יִשְׂרָאֵל
לְחַיִּים טוֹבִים וּלְשָׁלוֹם
אָנָּא מֶלֶךְ מַלְכֵי הַמְּלָכִים

איך זעה
וואס דו גיבסט פאר מיר
נאר גוטס אן א שיעור
יעדע רגע יעדע ריר
משפחה און גוטע פריינט
די נשמה יתירה שיינט
יום שכולו שבת
שפירט מען דאך היינט

מיין מח קלערט אריין
וויפיל גוטס איז מיר פארהאן
ווען מ'זיצט דא ביי די סעודה
מיט פיש פלייש און וויין
מיט הארץ און מיט געפיל
דאנקען דיר איך וויל
פאר דיין ליבשאפט
אן קיין שום גבול
פאר מיין גוטן לעבן
אן קיין שום פלאג
א יישר כח דיר געבן
פאר אלס וואס איך פארמאג
מיין הארץ טוט שטרעבן
צו דעם גרויסן טאג
צו דיר איך שפיר געבן,
מיט א ניגון איך זאג

איך בעט דיר באשעפער
מיט'ן גאנצן ברען און קאך
זאל בלייבן פון שבת
אויף דער קומענדיגער וואך
לחיים ולשלום בעטן מיר דאך
באווייז דיינע חסדים
נאך און נאך

וְתִפְקֹד אוֹתִי
וְאֶת כָּל בְּנֵי בֵּיתִי
וְכָל עַמְּךָ בֵית יִשְׂרָאֵל
לְחַיִּים טוֹבִים וּלְשָׁלוֹם
אָנָּא מֶלֶךְ מַלְכֵי הַמְּלָכִים

🎧 ניגון 🎧

Credit: @Yiddish_music_lyrics
🎧 ליכט שמועסן
🎙 #מיכאל_שניצלער
📀 שבתון
מאטי אילאוויטש

די שטוב איז ציכטיג ריין
דער שבת קומט צו גיין
איך זעה ווי דו טוסט שטיין
נעבן מיר, דיין ליכט

דיינע געדאנקען נעמסטו צונויף
דיינע הענט העכער מיר הייבסטו אויף
און אויף דיין פנים לייגסטו זיי ארויף
צו באדעקן דיין געזיכט

קיינער הערט נישט, קיינער זעט די טרערן
איך לעכטל בייג זיך צו זיך אונטערהערן
איך שאקל מיט, מיט יעדע טרער'ל דיינע
און מיט יעדן טרער פון דיר טראפט אויך מיינע

איך בין דער וואס טוט דיין הארץ אפליינען
איך פארשטיי גאנץ גוט מאמע פארוואס דו טוסט וויינען
דו שטייסט געבויגן איבער מיינע פלאמען
א הייסע תפילה בעט איך מיט דיר צוזאמען

יְהִי רָצוֹן אֱלֹקֵינוּ, אוי וְתִזְכְּרֵנוּ
לְגַדֵּל בָּנִים וְזַכֵּנוּ
וְהָאֵר נֵירֵנוּ, בִּזְכוּת אִמּוֹתֵינוּ
אוי אוי אוי ביום קדשנו.

יהי רצון - זיין דיין ווילן
א מאמע'ס הארץ ערפילן
מיינע קינדער זאלן זיין ערליך און געזונט.
אין זכות פון א אידישע מאמען
זאלן זיי אייביג שיינען
די לעכטעלעך וואס די מאמע צינדט.

בָּרוּךְ אַתָּה אֲשֶׁר קִדְּשָׁנוּ, קִדְּשָׁנוּ בְּמִצְוֹתָיו וְצִוָּנוּ
איבער מיר טו דיין האנט אויסשפרייטן
אויף א גאנצע וואך
מיין פלאם אין שטוב באגלייטן.

אלעס וואס געשען אין די וואך
דו פארציילסט מיר דעם שמייכל דעם שטאך
איך שפיר אפילו האסט נאך
אנדערע דאנקען און וויי

פאר איינעם אין די משפחה איז שווער
דערמאנסט אויך א חולה מיט א טרער
דו בעטס פון מיר לעכטעלע הער
באלייכט די טונקלקייט ביי זיי

איך שאקל מיט די פונקען דיר צו זאגן
ווער נאך ווי איך פארשטיי וואס דיר טוט פלאגן
איך שיין ארויף צום הימל זיך אויס'טענה'ן
אז קומען זאל א וואך וואס זאל לייכטן און שיינען
נעם אראפ די הענט פון דיינע טרערן
גיב פאר יעדן קינד א קוש אין שטערן
די צוויי מלאכים קומען באלד צוטרעטן
איך וועל זיי איבערזאגן, מאמע, וואס דו האסט געבעטן

יְהִי רָצוֹן אֱלֹקֵינוּ
אוי וְתִזְכְּרֵנוּ
לְגַדֵּל בָּנִים וְזַכֵּנוּ
וְהָאֵר נֵירֵנוּ
בִּזְכוּת אִמּוֹתֵינוּ
אוי אוי אוי ביום קדשנו.

יהי רצון - זיין דיין ווילן
א מאמע'ס הארץ ערפילן
מיינע קינדער זאלן זיין ערליך און געזונט.
אין זכות פון א אידישע מאמען
זאלן זיי אייביג שיינען
די לעכטעלעך וואס די מאמע צינדט.

גוט שבת מאמע, ווינטשן דיינע שטראלן
איך גיי אויסברענען אבער זיי נישט געפאלן.
זיך אויסגעבעטן ביי מיר אזוי ווי יעדע וואך אמאל
איך וועל דיר זען די קומענדיגע וואך נאכאמאל.

בָּרוּךְ אַתָּה אֲשֶׁר קִדְּשָׁנוּ
קִדְּשָׁנוּ בְּמִצְוֹתָיו וְצִוָּנוּ
איבער מיר טו דיין האנט אויסשפרייטן
אויף א גאנצע וואך
מיין פלאם אין שטוב באגלייטן.

🎧 ניגון 🎧

Credit: @Yiddish_music_lyrics
2025/02/25 02:19:46
Back to Top
HTML Embed Code: